מאנהעטן – ניו יארק סיטי באאמטע האבן נעכטן געזאגט, אז די מארד ראטע אין דער סיטי איז געשטיגן מיט אכט פראצענט אינעם ערשטן האלב פון יאר 2018, אלס רעזולטאט פון פארשידענע קרימינאלע גענג באנדעס וועלכע שלאגן זיך ארום איינער מיט'ן צווייטן. לויט סיטי סטאטיסטיקס, זענען געווען 147 מארדן פון יאנואר ביז ענדע יוני, וואס איז מיט 11 מער ווי די 136 מארדן וואס זענען געווען אין די זעלבע צייט אפשניט אין יאר 2017. מעיאר דעבלאזיא זאגט, אז פאראיאר איז געווען א היסטאריש-נידריג יאר פון מארדן פאר דער סיטי, און מען האט גאנץ גוט געוואוסט אז היי יאר וועט נישט זיין אזוי גוט ווי פאראיאר.
הוסף רשומת תגובה