טעקסאס – שטייענדיג בעפאר א געריכטליכן דעדליין, האט די פעדעראלע רעגירונג נעכטן זיך געיאגט צו פאראייניגן די צעטיילטע אימיגראנטן און פליטים פאמיליעס, וועלכע זענען צעטיילט געווארן אונטער די "זערא טאלעראנץ" פאליסי פון דער טראמפ אדמיניסטראציע. בעיקר מוז יעצט די רעגירונג, לויט א געריכט פארארדענונג, צוריק-פאראייניגן 102 קינדער יונגער ווי 5 יאר, מיט זייערע עלטערן, און נעכטן אינמיטן טאג האט די רעגירונג געזאגט פאר'ן געריכט, אז זיי האבן שוין פאראייניגט 4 פון די פאמיליעס, און האבן ערווארטעט אז נאך 34 פאראייניגונגען זאלן זיין דורכגעפירט ביז'ן זון אונטערגאנג נעכטן נאכט. די רעגירונג האט זיך פארענטפערט פאר די פארשלעפטע פראצעדורן, זאגנדיג אז מען דארף אונטערזוכן פילע עלטערן, איבער מעגליכע קרימינאלע רעקארדס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל