מערילאנד – א מעגליכער אויסברוך פון טובערקולאסיס האט פאסירט נעכטן אין דער בארימטער דזשאנס האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, פירנדיג צו אן עוואקואציע. די אויטאריטעטן זאגן אז צוויי פאציענטן זענען מעגליך געווען אויסגעשטעלט צו טובערקולאסיס, בשעת א שאכטל פון דער באקטעריע איז טראנספארטירט געווארן צווישן צוויי קענסער פארש-צענטערן אינעם שפיטאל קאמפלעקס, און צוויי געביידעס פונעם קאמפלעקס זענען עוואקואירט געווארן. ווי די שפיטאל באאמטע זאגן, ווערן די צוויי מעגליך אנגעשטעקטע געהאלטן אפגעזונדערט, און ס'איז נישטא קיין אקטיווער געפאר פאר'ן פובליק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל