פענסילוועניע – א טאון אין פענסילוועניע האט זיך דערזען מיט מער געלט אין איר קאסע ווי זי האט געהאט דערווארט, און האט באשלאסן צו פארטיילן געלט געשאנקען פאר אלע איינוואוינער. די לענגהארן טאון זאגט, אז זי האט לעצטנס געהאט געהעכערט אירע פראפערטי שטייערן, און האט זיך געזען מיט א סורפלוס פון איבער א מיליאן דאלאר, איז דעריבער באשלאסן געווארן, אז אלע פערצן טויזנט פראפערטי אייגנטימער פונעם טאון וועלן געניסן פונעם סורפלוס, און טשעקלעך פון 68 דאלאר זענען ארויסגעשיקט געווארן פאר יעדן איינעם.
הוסף רשומת תגובה