מדינת ישראל – מיט עטליכע וואכן צוריק האבן פרייע ציוניסטן געשטורעמט און פארפירט, אז חרדי'שע פאסאזשירן האבן פארשלעפט א פליגער מיט כמעט א שטונדע, צוליב וואס זיי האבן נישט געוואלט זיצן נעבן פרויען. דער שטורעם האט געברענגט אז "אל-על" זאל באשטעטיגן א נייע פאליסי, אז מ'וועט מער נישט אקאמאדירן אזעלכע געברויכן פון חרדי'שע פאסאזשירן – אבער אצינד שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך איז געווען א לעכערליכער בלבול. ווי מען האט געהערט אן אויסקלארונג, איז דער פליגער בלויז פארשלעפט געווארן מיט ווייניגער ווי 5 מינוט, און דאס וואס דער פליגער איז ארויסגעפארן 45 מינוט שפעטער ווי געסקעדזשועלט, האט מען שוין געהאט געמאלדן נאך איידער מען האט בכלל געעפנט די טירן פונעם פליגער ארויפצולאזן פאסאזשירן. ליידער אזוי זעט מען אויס מיט דער אפיציעלער פלי-געזעלשאפט פון דער ציוניסטישער מדינה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל