ארגענטינע – א פעדעראלער ריכטער אין ארגענטינע, וועלכער פארשט אויס די 1994 באמבארדירונג אויפ'ן אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס, האט געשיקט א ביטע צו דער רוסישער רעגירונג, אז זיי זאלן ארעסטירן א הויכראנגיקן איראנער באאמטער, וועלכער באהאלט זיך אין רוסלאנד. די רעדע איז פון אלי אקבאר וועלאיטי (Ali Akbar Velayati), וועלכער האט זיך געזאלט טרעפן נעכטן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין רוסלאנד, און דער ארגענטינער ריכטער האט געזאגט אז רוסלאנד זאל אויסנוצן די מינוט און ארעסטירט וועלאיטי. ארגענטינע האט שוין געמאכט ענליכע פארלאנגען אין דער פארגאנגענהייט, ווען וועלאיטי האט באזוכט אין סינגאפור און אין מאלאזיע אין יאר 2016, אבער ביידע לענדער האבן דאן איגנארירט, און יעצט האט רוסלאנד אויך איגנארירט.

בילד: אלי אקבאר וועלאיטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל