וואשינגטאן – דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וועלכער שטייט שוין לאנג אויס קריטיק צוליב זיין ראלע אין אנפירן די רוסלאנד אויספארשונג, איז נעכטן פריש אראפגעריסן געווארן, איבער דעם וואס ראזענסטיין מישט זיך אין די באשטעטיגונג פראצעדורן פון טראמפ'ס סופרים קאורט ריכטער נאמינירטער ברעט קעווענאו. עס איז נארמאל אז דער יוסטיץ דעפארטמענט קוקט איבער די רעקארדס פון א סופרים קאורט נאמינירטן, אבער ראזענסטיין האט ארויסגעשיקט א פארלאנג צו אלע 93 הויפט פראקורארן איבער'ן לאנד, אז זיי זאלן צושטעלן געהילפן צו העלפן דורכקוקן קעווענאו'ס רעקארדס – א זאך וואס איז פרעצעדענטלאז. מען הערט אבער פארטיידיגן, אז קעווענאו האט אזא לאנגן רעקארד אלס אפעלאט ריכטער, און וועגן דעם פעלט זיך אויס אזויפיל פראקורארן צו קענען איבערקוקן אלעס.

בילד: ראד ראזענסטיין און ברעט קעווענאו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל