פון שאץ מאץ
וויקאציע אמאל: = משפחה צוזאמען-לעב
איך פראביר צוריק צו דרייען דעם זייגער מיט א גוטע 30 יאר, ווען מיינע קינדערישע זכרונות שווימען ארויף אויפן אויבערפלאך, א זיסע טעם קומט ארויף אין געדאנק, ווען איך דערמאן זיך ווי אזוי די וויקאציע איז אדורך אויף מיר, ניין, מ'איז נישט געפארן אויף 9 וואכן זיך צוטיילט די משפחה לזכר פון רדיפת עשו וועלכע האט געצווינגען דעם זיידן יעקב אבינו מקיים צו זיין דעם ויחץ את העם, דער טאטע איז אין שטאט די גרויסע קינדער אין קעמפ און די מאמע מיט די קליינע זענען אין קאנטרי..., נאר דער טאטע מיט די גאנצע משפחה זענען געפארן פאר עטליכע טעג און צומאל נאר פאר א וואך און אמאל 10 טאג, אויף איין פלאץ און ס'איז געוועהן א אמת'ע משפחה לעבן.
איך געדענק נאך ווי איין יאר האט מען אונז אויפגעוועקט זונטאג פארטאג'ס און מיר זענען אריין אין א טראק (אפשר א גרויסע 15 פאסאנדשיר ווען כ'געדענק אליין נישט, איך בין נישט געוועהן מער ווי 4 יאר אלט) און אזוי איז מען געפארן מיט די גאנצע משפחה אין א דארף ערגעץ נעבן א אידישע קעמפ, אין דעם גרויסן ווען / טרעקל איז געוועהן פלאץ פאר עסן, קליידער, טאטע און מאמע און די גאנצע משפחה, אזוי איז מען געפארן עטליכע שעה און מ'איז אנגעקומען צו אונזער הויז וואס האט געדארפט דינען פאר א וויקאציע היים אויף די קומענדיגע וואך (דאס איז געוועהן נאר איין יאר, די אנדערע יארן זענען מיר געפארן אנדערשט, און אפי' אסאך געבליבן אין שטאט אויך).
די סדר היום פו די משפחה וויקאציע פלעגט זיין בערך אזוי, צופרי איז דער טאטע געפארן דאווענען אינעם שכינות'דיגן קעמפ, נאכן דאווענען און נאכן עסן פרישטאג האט דער טאטע צוזאמען גענומען די יונגלעך און געלערנט אביסל, מ'האט ארויס גענומען איין חומש מיט איין גמרא, און יעדער האט אריין געקוקט אין איין ספר, און אביסל פון אינעווייניג אביסל פון אויסעווייניג האט מען געלערנט חומש, פרשת ואתחנן, עקב, ראה, ביים זעלבן טיש איז געזעסן דער כתה' ב', כתה ד', כתה ו' יונגל, און מ'האט געלערנט אויף איין לעוול.... (היינט הייסט דאס אביוז...) דערנאך האט מען ארויס גענומען א גמ' מס' סוכה און געלערנט, דער כתה ב' יונגל (אני הקטן) האט געזאגט אז איך לערן נאך נישט גמרא, אבער דער טאטע זאגט ס'שאדט נישט מעגסט הערן וויאזוי מ'לערנט גמ', און איך האב זיך צוגעקוקט ווי דער טאטע איז מסביר פאר די גרויסע יונגלעך פון די "ריזיגע" גמרא - הדלה עלי' את הגפן... וויאזוי די בלעטער ציען זיך איבער די סוכה פאר סכך (זעסטו שוין אז דער טאטע איז גערעכט געוועהן והא ראי' איך געדענק עס נאך ביז היינט....).
אזוי מיטאג צייט זענען מיר פארטיג געווארן מיטן לערנען, אין די צייט וואס מיר האבן געלערנט האט די מאמע מיט די מיידלעך צוגעגרייט לאנטש, ארום איינס אזייגער האט מען זיך ארויס געלאזט אויף די יארכע, ווי גייט מען היינט?, היינט גייט מען אין וואלד שפאצירן, יעדער פון אונז האט באקומען א זאק וואס הענגט אויפן רוקן אין ביי יעדן איז געוועהן אנדערע אינהאלט, און ויסעו, מ'וואקט, אריין אין וואלד, מ'מאכט סימנים אויף די ביימער, מ'שרייבט מיט טשאק יעדע פאר שריט, און מ'שפאצירט, דער טאטע די מאמע, אלע ברודער'ס... ארום מיט ביימער און די פיס טרעטן אויף צוריסענע בלעטער, דער דמיון שוועבט, אלע מעשיות פון וועלדער שווימען יעצט ארויף, דער וואגן מיט די רויבער...., דער בעש"ט מיטן וואלד...., דער פארלוירענע איד אינמיטן די נאכט וואס זעהט די שיין ביים עק וואלד....., אלעס זעהט מען יעצט דא עכט, ס'איז יעצט דא א עכטע וואלד, דער טאטע שמועסט מיט אונז געמיטלעך, די מאמע פארציילט, און אלעס איז אזוי מין רואיג און געלאסן, אזוי משפחה'דיג.
נאך בערך 2 שעה שטעלט מען זיך אפ און מ'עפנט די זעק און מ'נעמט ארויס ס'עסן, איינער האט א קאץ אויסצושפרייטן, און ביי איינעם ליגן די סענוויטשע'ס און איינער האט די טרינקען, און איינער האט די קאפ'ס, יעצט, ווי וואשט מען זיך? (די איידיע פון מזונות ברויט איז נאכנישט געוועהן) מ'לאזט זיך ארויס זיכן וואסער, ממש נישט ווייט זעהט מען א וואסער אפלויף און מ'טובל'ט די הענט און מ'מאכט יא די ברכה על נטילת ידים..., מ'עסט צו די זעט, און מ'שמועסט געמיטלעך.
נו, אז ס'איז דא א וואסער אפלויף לאזן זיך די קינדער אהין שנעל נאכן עסן, מ'טוט אויס די שיך, מ'דרייט ארויף די הויזן ביז די קני און מ'נעמט זיך צו די מלאכה, מ'הייבט אן צו ריקן שטיינער אהער און אהין, מיטן ציל צו מאכן א וואסער פאל, מ'גראבט ארויס שטיינער מיט די בלויזע הענט און מ'בויעט דאס אויף איינס אויפן צווייטן, און ווי מ'באמערקט קליינע לעכער צווישן די גרויסע שטיינער פילט מען אן מיט קליינע שטיינער מיט זאמד, אזוי אז ס'זאל ווערן א וואנט, מיין גרויסער ברודער (פון 10 יאר) ער איז געוועהן דער אינדשערניר און מיר קליינע האבן אויסגעפאלגט זיינע באפעלן... ביז מיר האבן באוויזן צו בויען א וואנט אינמיטן דעם וואסער און די וואסער האט זיך אפגעשטעלט און ס'ווערט העכער און העכער און ביז א 15 מינוט איז נתאמת געווארן אונזער חלום מיר האבן א וואסער פאל!, פון די זייטן זיצן טאטע און מאמע און האבן הנאה מיט נחת, (היינט וואלטן עלטערן געמאכט דיגיטאלע פיקטשער'ס אדער זיך גערעגט אז מ'גייט אריין אין וואסער...).
אזוי זענען אדורך די פאר טאג, וואס איך געדענק נאך ביז היינט און ס'ציט א בענקעניש, ניין, מ'איז נישט געגאנגען הוליען אין קיין פארק'ס מיט רייד'ס און סוף טאג געזאגט מעעע ס'איז גארנישט געוועהן קיין פאן, ס'איז געוועהן א צוזאמענלעב פון משפחה מיט נאטור מיט אויסוואקסן די קינדערישע הנאות וועלכע זענען באמת געוועהן געזונט צום דיוועלעפן די חושים,
היינט קומט דאס בכלל נישט אין געדאנק, די ערשטע דאגה וואס א מענטש האט, וואס טו איך מיט מיינע קינדער, ווי לאז איך זיי, ווי ווער איך פטור פון זיי, וועלכע דעי קעמפ האלט זיי דאס מערסטע אוועק פון דער היים, משפחה לעבן איז א פארגאנגענהייט, ס'איז א ווארט וואס איז שיין אויף פאפיר אבער אין ווירקליכן לעבן איז דאס נישטא מער, מענטשן אן געדולד, די איינציגסטע וויקאציע איז ווי מ'קען אראפ נעמען וואס מער פונעם עול וועלכע הויערט אויפן קאפ אגאנץ יאר, דאס אז די גרעסטע פרעשור וואס ליגט אויף רוב ציבור (עכ"פ די ווייבער) דאס מוזן זיין אהער געשטעלט און די אונטועכץ מוז זיין פערפעקט ביי זיך און ביי די קינדער, אט די דאגה פאקט מען גוט איין אין די באקסעס און מ'שלעפט עס מיט אין קאנטרי און מ'לייגט נאך צו עטליכע הוספות צום גאנץ יעריגן שו"ע און דערנאך שטייט מען און מ'וואונדערט זיך ווי איז מיין וויקאציע?.... האלוי, לאז איבער דיין געטשקע פון מוזן זיין אהער געשטעלט און לאז קינדער וואקסן נאטירלעך וועסטו האבן וויקאציע.
איך בין מקנא אידן וועלכע קומען אין קאנטרי, מאטעל, האטעל, פאר עטליכע טעג און זיצן מיט די קינדער אין ביהמ"ד פאר עטליכע שעה און רעכטן אפ בערך אזא סדר היום ווי אויבן דערמאנט, איך גיי אויס ווען איך זעה א טאטע זיצט ביים טיש מיט 4 יונגלעך אלע עידשעס און לערנט פאר א שיעור פאר זיי, אמאל משנה ברורה, און אמאל משניות, ס'איז זיס און בא'טעם'ט.
וויקאציע היינט: א נייע באגריף אין שבת פרה
מיטוואך פארן פארן אין קאנטרי, דאס הויז איז א איבערקער, די באקסאס זענען שוין דרייפערטל פיל, מ'קלעבט, מ'לייגט צו נאך און נאך זאכן וואס קענען אויספעלן אין קאנטרי, אבער די דריי קעמפ'ערס וועלכע פארן אין יונגל / בחורים קעמפ זיי האבן א אייגענע תורה, אלע דריי שטייען מיט ליסטעט און מ'צייכנט יעדע זאך וואס גייט אריין אין באקס, אקעי דאס שוין ערלעדיגט, אינמיטן א געשריי, איינער האט געזעהן מיין נאז קליפ?... דא איז געוועהן א מינוט צוריק, שוין ענדליך נאך בהלות טרעפט מען דאס נאז קליפ, יעדער פאר זיך האט דריי פילע באקסעס וועלכע דארף אנקומען אין קעמפ, סך הכל 9 באקסעס, מיין פלאן איז געוועהן אז דארנארשטאג וועט מען דאס טראגן צום טראק און דערנאך וועל מיר זיך ארויס לאזן אין קאנטרי, און זונטאג ווען די קינדער וועלן אנקומען אין קעמפ פון קאנטרי וועלן זיי טרעפן דארטן זייערע באקסעס, אבער די קינדער האבן געטנה'ט ניין, פרייטאג מוז מען גיין שווימען אין קאנטרי, מ'מוז האבן פארשידענע זאכן פון די באקסעס ממילא מוזן די 9 באקסעס אויך קודם פארן אין קאנטרי און הערשט זונטאג פארן פון קאנטרי צום קעמפ, נמנו וגמרו אז אלע באקסעס פארן קודם אין קאנטרי.
פרייטאג צופרי, כמעט אלע באקסעס זענען אויסגעליידיגט אין באנגעלוי, אלעס ליגט שוין על מכונו, ביי איין ווינקל ליגן 9 באקסעס וואס געהערן צו די קעמפ'ערס, אויספאקן קען מען נישט ווייל זיי פארן דאך אין קעמפ, ליגן זיי יעצט דא אונטער די פיס, יעדע מינוט דערמאנט זיך א אנדערע אז ער וויל עפעס ארויס נעמען פון איינע פון זיינע אייגענע 3 באקסעס, איינער וויל טשעקן צו די פלעש לייט ארבעט, איינער וויל זיכער מאכן אז ער האט טאקע אריין געלייגט די שווים גלעזער, און פרייטאג נאכמיטאג טוט זיך א געשלעפעכץ פון די באקסעס, אלע ניין באקסעס זענען אויפגעריסן, וואס איז? מ'גייט שווימען, אין איין באקס ליגט די שווים הויז אין די צווייטע באקס די גלעזער, אין די דריטע באקס ליגט די נאז קליפ, און מאכט א חשבון 3 מאל 3 איז דאך 9 זענען יעצט אלע 9 באקסעס אפן און איבער געדרייט ווייל ווי פארשטענדליך זענען די אינהאלט וואס מ'זיכט נישט געלעגן פון אויבן פונעם באקס....
ערב שבת פארן זמן, קוים געלינגען די האלב צוריסענע באקסעס ארויף צו לייגן איינס אויפן אנדערן און ריקן צו איין ווינקל פון באנגעלוי, דער באנגעלוי איז לכתחילה נאר פאר א קליינע סייז משפחה (פאר אט די חלק משפחה וועלכע בלייבט דא אגאנץ זומער און פארט נישט אין קעמפ), מ'קען זיך אליין פארשטעלן אז די 9 באקסעס זענען א עכטע לומע אין הויז, קוים וואס מ'מאכט דעם שטוב אויסזעהן שבת'דיג, אבער ווי זאגט דער פסוק? בא שבת בא מנוחה,
שבת זעלבסט איז יעדער געשלאפן פער צוויי אין א בעט, ווייל מיר האבן נאר אזויפיל בעטן וויפיל קינדער ס'וואוינען דא זומער (אן די קעמפ'ערס), ארום די קליינע טיש זיצט דער גאנצע משפחה ביי די סעודה, און יעדע פראבירט צו כאפן א אנדערע אינטש פונעם טיש, בערך ווי אין די קליינע סוכות אויפן פייער עסקעפ, און דאס געדרענג שפירט זיך יעדע מינוט, בנוסף צו די 9 האלב צוריסענע באקסעס וועלכע ליגן ביי עק (ליין אינמיטן) באנגעלוי.
מוצאי שבת, פארשטייט זיך אז במשך דעם שבת האבן אלע דריי קעמפ'ערס אנערקענט אז מיט אזעלכע האלב צוריסענע באקסעס קעם נישט פארן אין קעמפ, מוז מען דאס פריש איבערפאקן, אין יעדן ווינקל איז געזעסן א צווייטער מיט זיינע דריי צוריסענע באקסעס און צוגעלייגט דריי פרישע באקסעס צו קענען אריבער לייגן פון די אלטע צו די נייע, איצט מאכט א חשבון אויב האט יעדער 3 אלטע און דריי נייע איז דאס זעקס באקסעס פאר יעדן נו זעקס מאל 3 איז?.... 18..... יא, אכצן באקסעס ליגן אויסגעשפרייט איבער די באנגעלאוי מוצאי שבת... און ווי בין איך?.... אינדרויסן אויף די פרישע לופט, ווייל אינעווייניג איז יעצט נישטא ווי צו לייגן די פיס, די חברה ארבעטן פלייסיג און מ'פאקט איבער מיט א סדר און יעדע וויילע קוקט מען אריין אינעם קעמפ ליסט וועלכע מ'האט נאך באצייטנס ארויס געכאפט פון וואש מאשין פרייטאג, און מ'מאכט זיכער אז גארנישט פעלט נישט, איין מינוט! ווי איז מיין זייף?, פרייטאג האב איך עס געהאט, ווער האט עס גענומען זאל שוין מודה זיין, קומט דער באפעל מיט א הויעך קול, ענדליך דערמאנט ער זיך אז ער אליין האט עס געלאזט אין מקוה, ער לויפט עס ברענגען פון דארט, בקיצור מ'האט שוין דא ביים פאקן די קעמפ באקסעס צום דריטן מאל.
זונטאג נאכמיטאג, די דריי קעמפ'ער זענען שוין געפארן יעדער מיט זיינע דריי באקסעס, און יעצט איז דא ברייט פלאץ אין באנגעלוי. פששששש אזא הרחבה, דאס דערמאנט מיך פון דעם איד וואס האט געהאט א קליינע דירה און דער רב האט אים געגעבן א עצה אריין צו נעמען דעם קוה פאר א וואך, דער איד לויפט צוריק רבי ס'איז נישט מעגליך מער, ממש די דירה איז מיר אנגעפילט מקצה אל הקצה יעצט מיטן קוה, זאגט דער רבי יעצט ארויס מיטן קוה, אה זאגט דער איד אזא גרויסע דירה ענדליך איז שוין דא פלאץ אביסל....
איצט פארשטייט איר מיינע גוטע פריינד, א נייע באגריץ אין שבת "פרה".... מ'נעמט אריין דעם קוה אין באנגעלאוי, מ'פילט אים מיט די קעמפ קינדער מיט זייערע באקסעס דעם ערשטן שבת אזוי אז נאכדעם ווערט שוין די באנגעלוי ריזיג... אט דאס איז וויקאציע היינט.

הוסף רשומת תגובה