מאסקווע – אן אנטי-רעגירונג אקטיוויסט אין רוסלאנד, איז אפגעפונען געווארן דערמארדעט מיט עטליכע טעג צוריק, פונקט אפאר שעה בעפאר ער האט געדארפט ערשיינען אין געריכט. ניקאליי גלושקאוו האט זיך געשלאגן מיט די רעגירונג-קאנטראלירטע רוסישע עירליין "יורא-פלאט", וועלכע האט אים געוואלט צווינגען צו באצאלן 99 מיליאן דאלער שטראף געלט פאר קארופציע קלאגעס קעגן אים.
גלושקאוו האט גע'טענה'ט אין געריכט אז די גאנצע קלאגע און שטראף קעגן אים, איז אונטערגעשטעלט דורך די רוסישע רעגירונג, וועלכע ווילן נקמה נעמען צוליב וואס ער שפילט א ראלע אין אנטי-רעגירונג אקטיוויטעטן. למעשה, אינעם זעלבן טאג וואס ער האט געדארפט קומען אין געריכט פאר די קעיס, האט מען אים מיסטעריעז געפונען נישט לעבעדיג.

הוסף רשומת תגובה