בעיזשינג – דער האנדלס קריג צווישן אמעריקע און כינע, פון וועלכע פילע האבן געציטערט, איז פרייטאג אפיציעל אריין אין קראפט. די טראמפ אדמיניסטראציע'ס טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן, אין ווערד פון 34 ביליאן דאלאר, זענען פרייטאג אינדערפרי אריין אין אפעקט, און כינע האט געענטפערט מיט טאריפס אויף אמעריקאנער פראדוקטן אין דער זעלבער ווערד.
די ערשטע 34 ביליאן דאלאר טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן איז בלויז דער אנהייב פון א סעריע שריט וואס פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט, צו באשטראפן כינע. ביז צוויי וואכן, וועלן אריינגיין אין אפעקט טאריפס אויף פרישע כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון 16 ביליאן דאלאר. טראמפ באטראכט אויך טאריפס אויף נאך כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון 450 מיליאן דאלאר.
כינע האט רעאגירט פרייטאג, מיט'ן באשולדיגן אמעריקע אין "ארויסשיסן דעם ערשטן שאס" אינעם האנדלס קריג, און האט ארויפגעשטעלט טאריפס אויף אמעריקאנער פראדוקטן וואס ווערן געליפערט קיין כינע, אין ווערד פון 34 ביליאן דאלאר. עקאנאמישע עקספערטן זאגן אז דער האנדלס קריג וועט ביים ענדע בלויז שעדיגן אמעריקאנער ביזנעסער און אמעריקאנער קאנסומערס.

הוסף רשומת תגובה