דמשק – סירישע טרופן זענען פרייטאג אנגעקומען צו דער גרעניץ וואס טיילט אפ צווישן סיריע און ירדן, און זיי האבן דארטן אוועקגעשטעלט א סירישע נאציאנאלע פאן, צום ערשטן מאל אין עטליכע יאר, צוריקשטעלנדיג קאנטראל פונעם אסאד רעזשים אויפ'ן ראיאן. אנטי-אסאד רעבעלן האבן געהאט פארכאפט דעם דארא גרעניץ ראיאן אין יאר 2015, וואס דערמיט האט זיך אפגעשטעלט וויכטיגע אימפארט און עקספארט צווישן סיריע און ירדן, שטערנדיג פילע וויכטיגע פראדוקטן און ביזנעס האנדלערייען צווישן סיריע און אנדערע לענדער אינעם ראיאן. נאך א ברוטאלן באמבארדירונג קאמפיין אין די לעצטערע וואכן, האבן זיך די רעבעלן ענדליך אונטערגעגעבן און צוריקגעגעבן דעם ראיאן פאר אסאד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל