איסלאמאבאד – א פאקיסטאנער געריכט האט פאראורטיילט דעם ארויסגעווארפענעם פרעמיער מיניסטער נאוואז שאריף צו צען יאר טורמע, איבער פארשידענע קארופציע שריט וואס ער איז באגאנגען, הויפטזעכטליך אין פארבינדונג מיט זיין פאמיליע'ס אפקויף פון עטליכע רייכע לאנדאנער אפארטמענט-הייזער.

שאריף האט שוין געדינט אלס פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער דריי באזונדערע מאל, און אינעם לעצטן מאל איז ער ארויסגעווארפן געווארן דורך א סופרים קאורט מיט א יאר צוריק, וואס דאס געריכט האט דאן בלאקירט שאריף פון לויפן נאכאמאל פאר'ן אמט.

יעצט אז ער וועט זיצן אין טורמע, איז עס א קלאפ פאר זיין "פאקיסטאנער מוסולמענער ליגע" פארטיי, אין בעפארברייטונג צו נאציאנאלע וואלן אום יולי 25.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל