אנקארא – א טערקישע געריכט האט ארויסגעגעבן הארבע טורמע אורטיילן קעגן זעקס זשורנאליסטן, וועלכע ווערן באשולדיגט דורך דעם ארטיגן רעזשים פון פרעזידענט ראסיפ ערדואן, אז זיי האבן געשפילט א ראלע אין אנדרייען דעם דורכגעפאלענעם פוטש וואס האט פאסירט אין טערקיי מיט צוויי יאר צוריק זומער.

די זעקס זשורנאליסטן האבן געארבעט אין דער "זאמאן" צייטונג, וואס דער ערדואן רעזשים האט סוקסעספול באוויזן אונטערצודרוקן ביז זיי האבן זיך געמוזט אפשפארן. די זאמאן צייטונג איז באטראכט געווארן אלס הויפט געצייג פאר'ן אנטי-ערדואן קלעריק פאטולא גולאן, וואס דער ערדואן רעזשים באשולדיגט, אז דער קלעריק איז געשטאנען אונטער'ן פוטש פארזוך. אינטערנאציאנאלע יומען רייטס גרופעס האבן אראפגעריסן די טורמע אורטיילן, זאגנדיג אז ערדואן זוכט אונטערצודרוקן מידיא פרייהייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל