וואשינגטאן – דער אינספעקטאר דזשענעראל אינערהאלב דער פעדעראלער "ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור" האט נעכטן אין א באריכט געזאגט, אז די אגענטור מוז אנהייבן טאן מער שריט, צו פארזיכערן אז די טרינק-וואסער סיסטעמען אין אלע סטעיטס זענען טאקע אויסגעהאלטן לויט די ענווייראמענטאלע געזעצן, און זענען געזונט פאר די מענטשן. דער אינספעקטאר דזשענעראל האט געשריבן דעם באריכט, אלס רעזולטאט פונעם פלינט וואסער קריזיס, וואו אומצאליגע איינוואוינער אין פלינט, מישיגען זענען פארפעסטיגט געווארן מיט שעדליכע בליי, וויבאלד די סטעיט אויטאריטעטן האבן פארנאכלעסיגט די פובליק וואסער סופליי פאר דער שטאט. דער פלינט וואסער קריזיס איז די לעצטע יארן פארוואנדלט געווארן אלס נאציאנאלע אישו, און דער אינספעקטאר דזשענעראל זאגט אז ס'ליגט א פליכט אויף דער פעדעראלער רעגירונג אז ס'זאל נישט זיין קיין איבערשפיל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל