וואשינגטאן – צענדליגער רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן זיך צוגעשטעלט צו א קאמפיין, צו לייגן דרוק אויפ'ן פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט, צוריקצוגעבן מיליאנען דאלארן וואס די רעגירונג האט אין די לעצטע יארן פארכאפט פון הונדערטער אויפריכטיגע און לעגאלע אמעריקאנער שטייער-צאלער. די געלטער זענען פארכאפט געווארן דורך די איי-אר-עס אין די לעצטערע יארן, אלס טייל פון א קאמפיין קעגן "סטראקטשערינג", וואס קרימינאלן טוען דאס, אז זיי דעפאזיטן אין באנק גרויסע געלטער, אבער מאכן זיכער אז יעדע דעפאזיט זאל זיין ווייניגער ווי 10 טויזנט דאלאר, וואס אזוי ווערט עס נישט אויטאמאטיש באריכטעט צו דער רעגירונג. דער קאמפיין קעגן סטראקטשערינג האט למעשה געברענגט, אז א סאך אומשולדיגע מענטשן, וואס האבן פשוט געמאכט א סאך קלענערע דעפאזיטס, און נישט געהאט קיין בייזוויליגע כוונה דערמיט, זאלן פאלן קרבן און די רעגירונג האט קאנפיסקירט זייערע געלטער.
הוסף רשומת תגובה