וואשינגטאן – די איי-אר-עס האט נעכטן ארויסגעגעבן א פרישע ווארענונג, זאגנדיג אז גנבים און שווינדלער נוצן אויס דעם זומער סעזאן, צו פרובירן ארויסצושווינדלען גרויסע געלטער פון אומוויסנדיגע מענטשן. די איי-אר-עס זאגט אז דער שווינדל איז שוין לאנג באקאנט, דורכדעם וואס די פארשוינען טעלעפאנירן צו מענטשן אהיים און געבן זיך אן ווי גלייך זיי זענען פון די איי-אר-עס און סטראשען, אז אויב גיט מען זיי נישט זאפארט דורכ'ן טעלעפאן א גרויסע סומע געלט, וועט מען ארעסטירט ווערן. די איי-אר-עס זאגט אז מען זאל זיין געווארנט און נישט געבן קיין געלט פאר אזעלכע פארשוינען, ווייל די איי-אר-עס וועט קיינמאל נישט מאכן אזעלכע סארט טעלעפאן רופן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל