וואשינגטאן – לויערס פאר דער פעדעראלער רעגירונג, האבן נעכטן קלארגעמאכט אין געריכט, אז זיי וועלן נישט קענען ענדיגן פאראייניגן אלע אימיגראנטן קינדער וואס זענען יונגער ווי 5 יאר, מיט זייערע עלטערן, אויפ'ן דעדליין וואס דאס געריכט האט פאריגע וואך געשטעלט – נאכ'ן צוזאמפאל פון די "זערא טאלעראנץ" פאליסי וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געהאט צייטווייליג אין קראפט. דער דעדליין איז געווען אויף היינט אינמיטן טאג, אבער די רעגירונג זאגט אז זי האט דערווייל ערנסטע שוועריגקייטן צו אידענטיפיצירן די עלטערן פון פילע פון די יונגערע קינדער, און דעריבער האט זי געבעטן א פארלענגערונג פון עטליכע טעג.
הוסף רשומת תגובה