וואשינגטאן – דער קאנגרעס יורידישע קאמיטע האט געשיקט א סובפינע פאר דער געוועזענער עף-בי-איי לויערקע ליסע פעידזש, איר צו צווינגען צו קומען אויפטרעטן פאר דער קאמיטע און ענטפערן פראגעס. פעידזש איז געווען די וועלכע האט זיך געשריבן העסליכע אנטי-טראמפ מעסעדזשעס מיט'ן אנדערן עף-בי-איי איינגעשטעלטן פיטער סטראק, און די רעפובליקאנער באשולדיגן אז די צוויי אגענטן האבן אינאיינעם קאנספירירט צו טשעפען טראמפ אלס קאנדידאט און בלאקירן אים פון געווינען די וואלן. סטראק האט שוין אויפגעטרעטן אין קאנגרעס מיט עטליכע וואכן צוריק, און אצינד וויל קאנגרעס הערן פון פעידזש, איר ערקלערונג אויף די פארשידענע אנטי-טראמפ מעסעדזשעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל