וואשינגטאן – אמעריקע'ס האנדלס דעפיציט, דאס הייסט וויפיל זי עקספארטירט ווייניגער ווי אנדערע לענדער אימפארטירן אריין קיין אמעריקע, איז געפאלן אינעם מאנאט מאי צום נידריגסטן פונקט פון די לעצטע 19 מאנאטן, וויבאלד די צאל פראדוקטן וואס אמעריקאנער ביזנעסער האבן עקספארטירט קיין אויסלאנד איז שטארק געשטיגן. דער קאמערץ דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן נייע ציפערן, זאגנדיג אז יעצט האלט דער אמעריקאנער האנדלס דעפיציט מיט אנדערע לענדער, ביי בלויז 43.1 ביליאן דאלאר, און עקספארטן פון אמעריקע קיין אויסלאנד זענען געשטיגן מיט 1.9 פראצענט אין מאי, צו א רעקארד 215.3 ביליאן דאלאר.

בילד
 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל