לאנדאן – באשעפענישן רעטער אין ענגלאנד האבן געזאגט, אז אין דער לעצטער שטיק צייט האבן זיי באקומען גאר אסאך עמורדזשענסי קאלס, איבער שיכור'ע פייגלעך וועלכע זענען געזען געווארן זיך דרייען אין די גאסן און אריינפאלן אין מאדנע פלעצער, בלייבנדיג דארטן שטעקן. א ווארטזאגער פאר די פאליציי יוניט וועלכע גיט זיך אפ מיט אזעלכע זאכן, זאגט אז ווי עס זעט אויס האט א גרופע פון הונדערטער פייגלעך זיך אריינגעכאפט אין א מיסט טאנק פון א בראנפן ברענעריי פאבריק, און זיי האבן דארטן אפגעגעסן פארשידענע אפפאל און מיסט, וועלכע איז אנגעזאפט מיט בראנפן און אלקאהאל, און צוליב דעם דרייען זיך יעצט ארום אומצאליגע שיכור'ע פייגלעך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל