פלארידע – ווען א מאן אין פלארידע האט געליטן א הארץ אטאקע, אינמיטן שניידן די גראז און קעיר נעמען פון זיין הויף, האבן די ערשטע הילף באאמטע געטאן עפעס גאר מערקווירדיג. דער מאן דזשין וואורק האט זיך געיאגט שנעל צו ענדיגן שיין מאכן זיין גראז און הויף, צו א באשטימטן דעדליין, אויסצומיידן א געלט שטראף פון די "היים אייגנטימער אסאסיאציע" וועלכע מענעדזשט דאס הויז וואו ער וואוינט, און אינמיטן זיך יאגן מיט דער ארבעט, איז ער צוזאמגעפאלן און געליטן א הארץ אטאקע. פארנדיג אין שפיטאל, האט זיין פרוי געזאגט פאר די פייערלעשער, וועלכע האבן רעאגירט צו די עמורדזשענסי, איבער איר מאן'ס זארגן. ווי די פייערלעשער האבן דאס געהערט, זענען זיי נאכ'ן אראפלייגן דאס פארפאלק אין שפיטאל צוריקגעפארן צו דער היים פון דער וואורק פאמיליע, און געענדיגט אהערשטעלן דעם הויף אויפ'ן שענסטן פארנעם.
הוסף רשומת תגובה