וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן גאר שארף ארויסגעטרעטן קעגן די אמעריקאנער פארמאסוטיקל פירמעס, איבער דעם וואס עטליכע פון זיי, הויפטזעכטליך פייזער, האבן געהויבן פרייזן פון געוויסע וויכטיגע און ברייט-באנוצטע מעדיצינען אנהייב יולי. טראמפ האט געשריבן "פייזער און אנדערע מעגן זיך שעמען, אז זיי האבן געהויבן מעדיצין פרייז אן קיין שום סיבה. זיי נוצן פשוט אויס די ארימע און אנדערע וועלכע קענען זיך נישט פארטיידיגן, און אין דער זעלבער צייט געבן זיי גאר ביליגע פרייזן פאר זייערע מעדיצינען אין אנדערע לענדער, אין אייראפע און איבעראל". טראמפ האט אויסגעפירט מיט א סטראשע "מיר וועלן רעאגירן!"

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל