מאנהעטן – א באמבע שרעק אין נעכטן אנטשטאנען אין ניו יארק סיטי, אינעם "מעיסיס" געשעפט וואס געפינט זיך אויף דער 34'סטער סטריט און זעקסטער עוועניו אין מאנהעטן. דער אינצידענט האט פאסירט בערך עלף אזייגער אינדערפרי, ווען עמיצער האט באמערקט א פארדעכטיגט פעקל, און האט באלד אלארמירט די פאליציי. די אויטאריטעטן האבן אראפגעברענגט דעם ספעציעלן "באמבע סקוואד", און האבן אפגעשפארט די גאנצע 34'סטע סטריט פון די זעקסטע ביז די זיבעטע עוועניו, אבער נאך בלויז צוואנציג מינוט אונטערזוכן, האט די פאליציי פעסטגעשטעלט אז דאס פעקל איז געווען נישט מער ווי א הויפן וועש און קליידונג. דאס געשעפט איז נישט עוואקואירט געווארן אין לויף פון די גאנצע 20 מינוט שרעק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל