וואשינגטאן – זיכערהייט באאמטע האבן נעכטן באנייט די ווארענונג צו עלטערן, אז מען זאל זיין זייער געווארנט קיינמאל נישט איבערצולאזן קינדער אינעם קאר, און אוודאי נישט אין אזעלכע שטערבליכע הייסע טעג ווי וואס מען גייט יעצט אריבער. ווי דער "סעיף קידס ווארלדווייד" ארגאניזאציע דירעקטאר, טאוני גרין, זאגט, האט ער געזאמלט באריכטן פון איבער'ן לאנד, און בלויז אין די סאמע ערשטע וואכן פונעם היי יאריגן זומער סעזאן זענען שוין אזויפיל ווי אכצן קינדער אומגעקומען, נאכדעם וואס זייערע עלטערן האבן זיי איבערגעלאזט אין הייסע קארס. ווי גרין זאגט, זענען אין דורכשניט דא 37 קינדער פאטאליטעטן יעדעס יאר זומער פון הייסע קארס, ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל