ניו יארק – דער "ניו יארק טיימס" באריכטעט, אז עמורדזשענסי צימערן אין שפיטעלער איבער'ן לאנד, פלאגן זיך מיט אן ערנסטן מאנגל אין אפט-גענוצטע מעדיצינען, טיילווייז צוליב וואס עס האבן זיך געמאכט פראבלעמען אין די פאבריקן פון די "פייזער" מעדיצין פירמע. די פירמע איז אמעריקע'ס גרעסטע פאבריצירער פון "דזשענעריק" מעדיצינען, וואס מ'גיט דורך איינשפריצן אדער שטעכן, און דער מאנגל קומט נאכדעם וואס באאמטע פון דער פעדעראלער מעדיצין און עסנווארג אגענטור האבן אנטדעקט ערנסטע זיכערהייט אישוס אין פייזער'ס פאבריקן, וואס די אינספעקשאנס האבן פארלאנגזאמט פראדוקציע.
הוסף רשומת תגובה