טעהראן – אן איראנער גענעראל האט נעכטן געזאגט, אז מדינת ישראל מאניפולירט דעם וועטער, און רויבט וואלקענעס פון העכער איראן... דער גענעראל גולאם (גולם?...) ראזא דזשאלאלי האט געזאגט אז "אויסלענדישע שטערונגען ווערן פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין די קלימאט טויש אין איראן", צולייגנדיג אז עס איז גאר דא אן איראנער שטודיע וואס באשטעטיגט זיינע ווערטער, אז מדינת ישראל וויסנשאפטליכע קענען דרייען מיט'ן וועטער אין דער איראנער אטמאספערע, לויט ווי פאר זיי שמעקט. די רעאליטעט איז, אז איראן פלאגט זיך שוין א לאנגע צייט מיט ערנסטע טרוקענישן און א מאנגל פון רעגן, וואס טוט שטארק אפעקטירן די ארטיגע אגריקולטור אינדוסטריע, און אויך דרייען זיך ארום פילע טויזנטער בירגער הונגעריג. גענעראל דזשאלאלי איז אבער נישט דער ערשטער צו באשולדיגן דערין מדינת ישראל, נאר דער געוועזענער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט שוין אין 11' געזאגט ענליכס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל