פרייד ביי פולע פאמיליעס אין אמעריקע ווען נארט קארעא קערט צוריק 55 איבערבלייבענישן פון געפאלענע אמעריקאנער סאלדאטן; בלאזט אריין פרישע האפענונג אז א דיעל איז נאך נישט אינגאנצן פארפאלן
גרויס פרייד הערשט ביי די נאך ווייניג פארבליבענע פאמיליע קרובים פון די געפאלענע סאלדאטן אין נארט קארעא, ווען עס איז באקאנט געווארן די נייעס, אז אין ליכט פון די אנגייענדע פארהאנדלונגען צווישן נארט קארעא און אמעריקע איבער דער אנגייענדער נוקלעארע דיעל, האט נארט קארעא נעכטן דערווייל ארויסגעגעבן 55 ארונות וואס פארמאגן אין זיך די איבערבלייבענישן פון געפאלענע אמעריקאנער סאלדאטן פון דער קארעא קריג, איינהאלטענדיג איינע פון פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע תנאים צו דער נוקלעארע דיעל, וואס האט קלאר געהאט פארלאנגט אז נארט קארעא איז מחיוב צוריקצוגעבן אלע איבערבלייבענישן פון די געפאלענע אמעריקאנער סאלדאטן פונעם קארעא קריג, וואס אמעריקע גלויבט אז נארט קארעא האט א פונקטליכע חשבון ווי די דאזיגע סאלדאטן ליגן באערדיגט. מיט די דאזיגע ערשטע פאזע פון 55 ארונות, האט נארט קארעא אנגעהויבן מקיים צו זיין די דאזיגע תנאי, און ביידע לענדער האפן אז במשך פונעם לאנג שטרעקיגן דיעל, וועלן אלע געביין פון אמעריקאנער סאלדאטן וואס ליגן אין נארט קארעא אפגעגעבן ווערן צו אמעריקע. דער פאקט אז נארט קארעא האט אצינד צוריקגעגעבן די געביין פון די געפאלענע סאלדאטן, כאטש וואס אפיציעל הייסט עס אז די פארהאנדלונגען פירן נישט אין ערגעץ און אז די געשפרעכן האבן זיך פארהאנקערט, גיט דאס אריין כאטש עטוואס א האפענונג אז די געשפרעכן זענען נישט אינגאנצן פארפאלן, און אז עפעס קען זיך נאך מאכן מיט דעם אזוי-גערופענע נוקלעארע דיעל.
דער נושא פון די געפאלענע סאלדאטן אין נארט קארעא איז גאר א אלטע, און גייט צוריק איבער 60 יאר ביז צו די מיטעלע פופציגער יארן, ווען אמעריקע איז געווען אריינגעמישט ביז איבער די נאז אינעם קארעא קריג, במשך פונעם קריג זענען געפאלן פולע אמעריקאנער סאלדאטן און זענען צוליב די מלחמה אומשטענדן באערדיגט געווארן אויף א צייטווייליגע שטייגער דארט אין נארט קארעא. למעשה נאך דעם וואס די מלחמה האט זיך געענדיגט און עס איז עטאבלירט געווארן צוויי קארעא'ס, די קאמעניסטישע 'נארט' און די דעמאקראטישע 'סאוט', האט אמעריקע נישט געהאט קיין שום צוטריט צו די אלע באערדיגטע סאלדאטן וואס זענען נעבעך פארבליבן שטעקן אין די שטח פונעם נייע קאמעניסטישע לענדעל. במשך פון די אלע יארן האבן די קרובים פון די אויבנדערמאנטע געפאלענע סאלדאטן נישט געהאט קיין שום געביין אדער זכר פון זייערע געפאלענע קרובים, און זיי האבן נישט געהאט קיין שום קבר אדער געדענקמאל ווי זיי קענען זיך אויסוויינען און אויסגעבן די געפילן. פארשידענע ארגעניזאציעס האט זיך געהאט פארמירט צווישן די קרובים פון די געפאלענע סאלדאטן, מיטן ציהל נאך אמאל צוריק אהיימצוברענגען די געפאלענע סאלדאטן, אבער אן ערפאלג, די דאזיגע ענין איז געבליבן ווי א אומהיילבארע וואונד צווישן די קרובים פון די סאלדאטן , אבער מיט די יארן זענען אויך אט די קרובים אויסגעשטארבן צוביסלעך, און כהיום הזה זענען נאך דא זייער ווייניג לעבענס-געבליבענע קרובים פון די געפאלענע סאלדאטן, און אויב יא, איז עס די רעדע פון גאר עלטערע מענטשן.
במשך פון די 60 יאר האט אמעריקע פיל מאל אויפגעברענגט דעם ענין מיט די קברים ביי געשפרעכן מיט נארט קארעא, אבער די האבן אלט'ס געטענה'ט, אז זיי האבן נישט קיין אנהונג ווי די אלע סאלדאטן קברים זענען.., און למען האמת איז אפילו אינערהאלב די אמעריקאנער מיליטער אויך נישט געווען קיינער וואס זאל קענען זאגן מיט א בהירות ווי די דאזיגע קברים דארפן זיך צו געפינען, כאטשיג וואס אמעריקע האט אלע יארן געגלויבט, אז די נארט קארעא'ער ווייסן יא גאר גוט ווי די אלע קברים דארפן זיך צו געפינען. דעריבער ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך געהאט געטראפן מיט קים יאנג אן מיט צווי חדשים צוריק, האט ער געהאט פארלאנגט אלס איינע פון די ערשטע תנאים, אז נארט קארעא מוז אומקערן דאס געביין פון אלע אמעריקאנער סאלדאטן וואס ליגן דארטן באערדיגט. און אצינד מיט די ערשטע פאזע פון 55 ארונות האט מען כ'לומר'שט אנגעהויבן מקיים צו זיין די דאזיגע תנאי.
ווי מיר האבן אויבן געשריבן, האט דער דאזיגע נייע אנטוויקלונג גורם געווען באנייטע האפענונג אז די געשפרעכן איבערן דיעל איז נישט אינגאנצן פארלוירן, ווארום מען זעט דאך אז די נארט קארעא'ער זענען מקיים אלעס וואס זיי האבן געדארפט צו טון ביז יעצט, און אויב זיי האלטן נישט ביים מקיים זיין דעם דיעל, נו, דאן צו וואס זוכן זיי כסדר ווי מער זיי קענען צופרידן מאכן אמעריקע, און ווי מער זיי קענען מהנה זיין דעם אמעריקאנער פירער טוען זיי דאס מיט גרויס עקסטאז. פון די אנדערע זייט אבער, זאגן פארשידענע עקספערטן אז פון דעם איז נאך גארנישט קיין ראיה, און אדרבה פון דעם איז נאך אפשר גאר א ראיה אויף פונקט פארקערט. ווייל ווי זיי טענה'ן, איז די עיקר שוועריקייט פון נארט קארעא, וואס אויף דעם טוט זיך די פארהאנדלונגען איבערן נוקלעארן דיל כסדר פארהאנקערן, די נושא פון אויפגעבן די נוקלעארע וואפן, וואס דאס איז עפעס וואס איז ממש אקעגן די DNA פון נארט קארעא, און איז ממש אקעגן דער גאנצע גרונד פרינציפ פון די נארט קארעא מלוכה, וואס ווי באקאנט איז דער הויפט פונקט פונעם פארטיי אין וואס די יעצטיגע הערשאפט איז אנגעשלאסן, דער ענין פון זיך באוואפענען ביז צו די ציין, און וואס מער מאכטפולע וואפענעס זיי קענען לייגן א יד דערויף הרי זה משובח, אבער פון אויפגעבן בשאט נפש אויף מאכטפולע וואפענס וואס מען פארמאגט שוין דאס איז מאן דכר שמיהו, און זיכער ווען די רעדע איז איבער וואפן וואס דאס מאכט אדער מאכט נישט דאס שטארקייט פון א לאנד.
יעצט איז אזוי, נארט קארעא ווי זייער שטארק דעם דיעל מיט אמעריקע, ווארום זיי זוכן דאך אז מען זאל שוואך מאכן די סאנקציעס איבער איר, ווארום ווי באקאנט איז דער מצב דארטן ממש אין דער בחינה פון באו מים עד נפש, דאס פאלק האט נישט קיין לחם לאכול במלא מובן המילה, און די נאציאנאלע רעזערוון זענען פולקאם אויסגעטריקענט פון א יעדע סארט ווערטפולקייט אדער קאמאדיטי, דעריבער וויל דער יעצטיגער פירער אדורכפירן א דיעל מיט אמעריקע וואס וועט פירן צו דער ענדע פון אלע סאנקציעס אקעגן איר, און ענדליך איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן אריינברענגן עפעס ביזנעס און לחליחות אין דעם אויסגעטריקענטן נארט קארעא. אבער דער פרייז וואס אמעריקע פארלאנגט פאר דעם איז צופיהל פאר דעם נארט קארעא קעפעלע..., זיי קענען זיך נישט ערלויבן פולקאם אויפצוגעבן אויף דעם נוקלעארע פראגראם. דעריבער שפילן זיי זיך ארום, ווי איינער וואס קען נישט מחליט זיין וואס צו טון, פון איין זייט ווילן זיי שטארק דעם דיעל פשוט אויף צו קענען כאפן דעם אטעם, אבער פון דעם אנדערן זייט קאסט דאס צו טייער, דעריבער שלעפן זיי ארום מיט די צייט, און שלעפן איין אמעריקע'ס חושים מיט אפאר אפגעריסענע ארונות, וואס קיינער קען נישט גארענטירן א הונדערט פראצענט, אז עס ליגט דערין דאס וואס מען זאגט אז עס ליגט דערין....

הוסף רשומת תגובה