קאליפארניע – א פרישע מאסיווע וואלדפייער אין קאליפארניע מאכט העדליינס איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס זיבן זענען אומגעקומען דערפון. א פרוי און צוויי פון אירע אייניקלעך זענען אומגעקומען אינעם וואלדפייער וואס ברענט אין קאליפארניע'ס שאסטא קאונטי שבת, און נעכטן זונטאג זענען נאך צוויי אומגעקומען, אויסער 2 פאטאליטעטן פון בעפאר שבת.

נאנט צו פערציג טויזנט זענען עוואקואירט געווארן פונעם ראיאן אין די לעצטע צוויי טעג, און דערווייל האט שוין דער פייער פארברענט פינף הונדערט סטרוקטורן, און נאך טויזנטער זענען אין געפאר פון פארברענט ווערן. אלס רעזולטאט פון דעם פייער, און דרייצן אנדערע וועלכע ברענען לענגאויס קאליפארניע, האט פרעזידענט טראמפ באשטעטיגט צו דערקלערן א "סטעיט אוו עמורדזשענסי", צושטעלנדיג פימא'ס הילף פאר די סטעיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל