ענגלאנד - טויזנטער אידן יראים ושלמים, בראשות אדמורי״ם ורבנים שליט״א, האבן נעכטן זיך פארזאמלט בחוצות לאנדאן, פאר אן עצרת תפילה והתעוררות, איינצורייסן צום באשעפער, להעביר את רוע הגזירה, אז די רעגירונג זאל נישט קענען אויספירן זייערע פלענער צו פארכאפן פולקאמער קאנטראל אויף די ערליכע מוסדות התורה והחינוך. צווישן די משתתפים, געשאצט דורך די פאליציי ביי זיבן טויזנט אידן, זענען אויך געווען מלמדים וכלי קודש, און די ילדי תשב״ר, וועלכע וועלן אלע דירעקט אפעקטירט ווערן, חלילה, אויב די גזירות ווערן טאקע אריינגעשטעלט אין קראפט ח״ו. דער עצרת קומט אין דער זעלבער צייט וואס עס קומט פאר א גרויסע ״אונטערשריפטן דרייוו״, מיטן ציל זיך צו בעטן מיט שיינעם ביי די רעגירונג באאמטע, זיך אפצולאזן פון די ערליכע מוסדות.

זעה פולע באריכט, מיט בילדער

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל