לאנדאן – די התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן האט פאריפן אן עצרת תפילה אויף דינסטאג חוקת, נאכדעם וואס די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די חינוך פון די אידישע קינדער, נעכטן מיטאג צוועלעף אזייגער, זענען זיך טויזענטער קינדער, בחורים, אינגערלייט אין עלטערע אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן האבן זיך צוזאמען געקומען מתפלל זיין אין איינרייסן פאר׳ן בורא כל עולמים ער זאל מבטל זיין די שרעקליכע גזירה וואס שוועבט אויף די ענגלישע אידנטום, אלע רבנים פון אלע קרייזן האבן זיך משתתף געווען, מען האט געזאגט תהלים, די אני מאמין׳ס, אין סליחות פון השם השם, אין עול מלכות שמים, די מעמד עצרת תפילה איז געווען מיט שטארק הצלחה, אין מיט א גרויסע התעוררות אדאנק די אלע עסקנים וואס האבן ארויס געהאלפן, אין די זעלבע צייט איז אויך פארגעקומען אן עצרת תפילה אין ביהמ"ד דק"ק קענווי איילענד בשעת ווען די לונדונער אידינטום איז זיך צאמגעקומען איינצורייסען פאר חינוך פון אידישער קינדער אין ענגלאנד. ישיבת אהל יצחק (לוצערן) ובראשם דער ראש הישיבה הגר"מ קאפעלמאן שליט"א האט זיך אויך באטייליגט ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה רייך שליט"א מיט דברי התעוררות אין סליחות איז פארגעזאגט געווארן דורך הרה"ג ר' אשר מרדכי ערלאנגער שליט"א, די אייבישטער זאל העלפן מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס.

בילד





בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל