געוועזענע סייראקיוס מעיאר 'סטעפאַניע מיינער' וועט לויפן פאר 'גאווערנער פאזיציע' אין דער דעמאקראטישע פריימערי
גאווערנער קאומאו וועט דארפן לויפן אקעגן צוויי אפאנענטן אין די אנקומענדיגע דעמאקראטישע פריימעריס
אין א אינטערסאנטע אנטוויקלונג, האט דער געוועזענע סייראקיוז מעיאר סטעפעני מיינער נעכטן געמאלדן אז זי וועט לויפן אין דער דעמאקראטישע פריימערי אקעגן גאווערנאר קאומאו פאר די פאזיציע פון ניו יארק גאווערנאר.
סטעפעני איז זייער א באקאנטע פיגור אין די ניו יארקער דעמאקראטישע פארטיי, און איר אריינטריט אין דער פארמעסט מיינט אז גאווערנער קאומאו וועט נישט האבן א גרינגע פעלד בכלל, כאטש וואס כרגע לויפט גאווערנאר קאומאו באקוועם פאראויס פון אלע זיינע אפענענטן. אבער אצינד, מיטן אריינטריט פון סטעפעני, באדייט דאס אז עס וועט זיין א דריי שפיציגע פארמעסט, וואס דאס איז שוין א אנדערע מסכתא אינגאנצן. ווי באקאנט פלאגט זיך שוין גאווערנאר קאומאו מיט זיין ערשטע אפאנענט, דער אקטיוויסט סינטיע ניקסאן, וואס ציעט אָן גאנץ שיין אינערהאלב דער פארטיי, און לויט א לעצטיגע פאול וועט קאומאו בלויז באקומען נאנט צו זיבעציג פראצענט, בשעת ווען די איבריגע וועט גיין פאר ניקסאן. אצינד אז אויך סטעפעני איז אריינגעקומען אין דער פארמעסט, מיינט דאס אז עס איז ערווארטעט א שווערע בארג ארויף פאר גאווערנאר קאומאו, כאטש וואס אין דער ענדע גלויבן אלע אז ער וועט עס מאכן.

הוסף רשומת תגובה