ניו יאָרק העלט אינשורענס פירמעס האָבן פאַרלאַנגט אַ דורכשניטליכע 24% העכערונג צו פאַרקויפן אינדיווידועלע פּאַליסיס אין 2019 אונטער אָבאַמאַ–קעיר, און זיי באַשולדיגן אז פּרעזידענט טראָמפּ'ס אַנולירן די מאַנדאַט וואָס האָט געפאָדערט פון יעדן צו האָבן העלט אינשורענס דעקונג האָט בייגעשטייערט צו די העכערונג.

די אינשורענס פירמעס פאַרלאַנגען אַ מער באַשיידענעם 7.5% פּראָצענט העכערונג פאַר די קליינע גרופּ מאַרקעט.

"די אינדיווידועלע מאַנדאַט, אַ הויפּט באַשטאַנדטייל פון די 'עפאָורדעבל קעיר עקט', האָט געהאָלפן פאַרלייכטערן די דראַמאַטישע פּרייז העכערונגען דורך פאַרזיכערן געזונטערע אינשורענס–פּולס. אינשורענס פירמעס האָבן צוגעשריבן אומגעפער האַלב פון זייערע פאַרלאַנגטע ראַטע העכערונגען צו די ריזיקעס וואָס זיי זעען אַלס רעזולטאַט פון די אַנולירונג. אָן די פעדעראלע שריט, וועט די דורכשניטליכע פאַרלאַנגטע ראַטע–העכערונג זיין 12.1 פּראָצענט", האט געזאָגט די סטעיט פיינענשל סערוויסעס סופּעראינטענדענט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל