וואשינגטאן – יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע זאגן, אז דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, איז דערווייל נאכנישט אינגאנצן "ארויס פון דער טונקל" און איז נאך אלץ אונטער אויספארשונג. די יוסטיץ דעפארטמענט האט פאריגן דאנערשטאג פובליצירט א באריכט, וועלכע האט ריינגעוואשן קאומי פון סיי וועלכע קרימינאלע אנקלאגעס איבער זיינע שריט ביים אנפירן מיט דער קלינטאן-אימעיל אויספארשונג, אבער ווי מען האט געהערט פונעם יוסטיץ דעפארטמענט "אינספעקטאר דזשענעראל" מייקל האראוויטז, טוט מען נאך אלץ אויספארשן וויאזוי קאומי האט באהאנדלט זיינע פריוואטע מעמאס, וואס ער האט אפגעשריבן איבער טראמפ און האט עס שפעטער געלאזט ארויסליעקן צו די מידיא – טראץ וואס ס'איז אפיציעל קלאסיפייד דאקומענטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל