וואשינגטאן – דער מענעדזשער פון טראמפ'ס ווידערוויילונג קאמפיין פאר יאר 2020, איז נעכטן שארף ארויסגעקומען קעגן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, זאגנדיג אז עס איז צייט פאר סעשאנס צו פליען. ברעד פארסקעיל האט געשריבן א מעסעדזש אז "עס איז צייט צו פייערן סעשאנס, ענדיגן די מוללער אויספארשונג", צולייגנדיג אז דער אינספעקטאר דזשענעראל באריכט פון פאריגע וואך האט געצייגט אז טראמפ איז גערעכט און די גאנצע זאך דארף קומען צו אן ענדע.

ווען א גרופע קאנסערוואטיוון האבן אנגעצייגט, אז סעשאנס איז פאקטיש געווען דער ערשטער צו אינדארסירן טראמפ, און א דאנק דעם האט טראמפ געווינען די נאמינאציע, האט פארסקעיל דאס אוועקגעמאכט, זאגנדיג אז טראמפ האט געווינען די נאמינאציע "מיט זיין סעלפאון און זיין פליגער".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל