וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן אפיציעל באשלאסן, ארויסצוציען די אמעריקאנער רעגירונג פונעם יו-ען יומען רייטס קאונסיל. דער באשלוס קומט נאך לאנגע מאנאטן פון קריטיק דורך פרעזידענט טראמפ און זיין אדמיניסטראציע אין ריכטונג פונעם קאונסיל, ספעציפיש איבער דעם וואס דער קאונסיל קאנצענטרירט זיך זייער אפט מיט אויספארשונגען און קריטיק קעגן מדינת ישראל. אמעריקע האט זיך בלויז אנגעשלאסן אינעם קאונסיל נאכדעם וואס אבאמא איז אריינגעקומען אין אמט אין יאר 2009, און טראמפ האט פון דער ערשטער מינוט נאך זיין איינשווערונג געזאגט אז ער וויל ארויסציען אמעריקע דערפון – און יעצט האט ער אויסגעפירט זיין פארשפרעכונג – פירנדיג צו קריטיק פון גלאבאלע יומען רייטס אקטיוויסטן, וועלכע זאגן אז אמעריקע'ס אפוועזנהייט, וועט אפשוואכן די וויכטיגע ארבעט וואס דער קאונסיל טוט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל