וויסקאנסין – אויטאריטעטן האבן נעכטן געזאגט, אז עס זענען געווען צוויי טויט-פעלער אין וויסקאנסין, אלס רעזולטאט פון א סעריע שווערע שטורעמס און פארפלייצונגען, וועלכע האבן באטראפן די סטעיט און ארומיגע סטעיטס אין די לעצטע צוויי טעג. איינס פון די טויט-פעלער האט פאסירט אין סאויער קאונטי, וואו א גרויסער בוים איז ארויפגעפאלן אויף א באנגעלא, אומברענגענדיג איינעם און פארוואונדענדיג צוויי אנדערע, און דער צווייטער טויט-פאל האט פאסירט אין עשלענד קאונטי, וואו א 75 יעריגער מאן איז דערטראנקען געווארן אינמיטן פארן אין זיין פיק-אפ טרעקל אויף א פארפלייצטער גאס. צווישן די סטעיטס וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די פארפלייצונגען אין די לעצטע צוויי טעג, זענען געווען מינעסאטע און מישיגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל