וואשינגטאן – דער ליעקער וואס האט ארויסגעליעקט האקעלע קלאסיפייד אינפארמאציע איבער סי-איי-עי העקינג פראגראמען, איז אפיציעל אנגעקלאגט געווארן און אידענטיפיצירט געווארן. געריכטליכע דאקומענטן וואס פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן אריינגעגעבן, אידענטיפיצירן דעם געוועזענעם סי-איי-עי דזשאשוע האולט (Joshua Schulte) אלס דער שולדיגער. האולט ווערט באשולדיגט אין ארויסליעקן פאר "וויקיליעקס" די ״וואָולט 7״ סודות, וועלכע האט אנטהאלטן פארשידענע האקעלע דעטאלן איבער א העקינג פראגראם וואס די סי-איי-עי נוצט אריינצוהעקן זיך אין טעראריסטן׳ס קאמפיוטערס. מיט'ן ארויסליעקן די אינפארמאציע, האט ער שטארק אפגעשוואכט די סי-איי-עי'ס מעגליכקייטן דורכצופירן העקערייען אומבאמערקט.
הוסף רשומת תגובה