אוקראַינע – די אידישע געמיינדע אין דער שטאט מאריאפאל, אוקראַינע איז שוין א וויכטיגער טייל פון מאריאפאל פאר נאענט צו צוויי הונדערט יאר, אבער אויב וועלן די לאקאלע אויטאריטעטן פארמאכן זייערע אויגן, וועט א וויכטיגער טייל פון דער שטאט'ס אידישע היסטאריע און פארגאנגענהייט, אינגאנצן אפגעמעקט ווערן. די ווארענונג איבער די רעאליטעט אין מאריאפאל, קומט פונעם ארטיגן ר' הרב מענדל קאהן הי"ו, וועלכער דערציילט איבער'ן שרעקליך-פארלאזטן צושטאנד פונעם גרויסן אלטן בית החיים אין שטאט, וועלכע געפינט זיך ביי די ברעגעס פונעם ארטיגן קאלמיוס טייך. עס באלאנגט פאר דער שטאט, וועלכע איגנארירט דעם נאכאנאנדיגן וואנדאליזם און פארנאכלעסיגטן צושטאנד.
הוסף רשומת תגובה