וואשינגטאן – די פעדעראלע געזונטהייט באאמטע האבן נעכטן ארויסגעשיקט א ווארענונג, אז זיי האבן באקומען פרישע פינף באריכטן פון טויטפעלער אלס רעזולטאט פון א געפארפולע וואג-פארלוסט אפעראציע וועלכע הייבט אן ווערן פאפולער צווישן אמעריקאנער בירגער. די רעדע איז פונעם "אינטרא-געסטריק באלון", וואס באדייט אז מען שטעלט אריין אינעם מאגן א ספעציעלן באלון אנגעפילט מיט פליסיגקייט, און דאס מאכט אויטאמאטיש דעם מאגן מער ווי האלב אנגעפילט, אזוי ארום אז דער מענטש קען עסן פיל ווייניגער און מען פארלירט וואג. אלעס אינאיינעם זענען שוין געווען 12 באשטעטיגטע טויטפעלער ה"י פון די סארט "אינטרא-געסטריק באלון" אפעראציעס זינט יאר 2012.
הוסף רשומת תגובה