ווערמאנט – די אויטאריטעטן אינעם אמעריקאנער סטעיט ווערמאנט האבן געלאזט אין גאנג א נייעם אינטערעסאנטן פראגראם, אנבאטנדיג פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס, זיי זאלן זיך ציען קיין ווערמאנט, און מען וועט זיי געבן א געשאנק פון צען טויזנט דאלאר, איינגעטיילט אין פעימענטס אין לויף פון צוויי יאר. דער פראגראם צילט בעיקר אריינצושלעפן פרישע יונגערע אמעריקאנער קיין ווערמאנט, וועלכע פארמאגט א גאר גרויסע פראצענט פארעלטערע בירגער, און אין די רעקלאמעס וואס די סטעיט האט פובליצירט, ברענגען זיי ארויס אז דאס איז ספעציעל געאייגנט פאר יונגערע וועלכע פארמאגן סייווי אזעלכע דזשאבס וואס זיי קענען טאן דורכ'ן קאמפיוטער, און זיי דארפן נישט אריינגיין אין קיין אפיס, קענען זיי דעריבער אנהאלטן זייערע ביז יעצטיגע דזשאבס, אפילו נאכ'ן קומען וואוינען קיין ווערמאנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל