פארטא ריקא – דער דירעקטאר פון פארטא ריקא'ס איינציגסטע עלעקטעריציטעט קאמפאני האט נעכטן געזאגט, אז עס וועט נאך נעמען גאנצע צוויי מאנאטן, פולקאם צוריקצושטעלן די לעקטער אויפן אמעריקאנער אינזל, וואס דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס מען ארבעט צו באפעסטיגן דעם לעקטער סיסטעם וואס איז יא אין קראפט, אז עס זאל זיין גרייט פאר'ן האריקעין סעזאן פון היי יאר זומער, וועלכע גייט היינט אפיציעל אריין אין אפעקט. די אויטאריטעטן האבן אויפגענומען א פלארידע-באזירטע פירמע פאר א 500 מיליאן דאלערדיגן קאנטראקט, צו ענדיגן די ארבעט פון צוריקשטעלן די איבריגע לעקטער און פארשטארקערן דעם עקזיסטירנדן סיסטעם. אלעס אינאיינעם זענען נאך 11,000 פארטא ריקא איינוואוינער אין דער טונקל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל