פלארידא – א פליגער פון "אליזשיענט עיר" וועלכע איז געווען אויפן וועג קיין פונטא גורדא, פלארידא, איז געווען געצווינגען צו מאכן א שרעקעדיגן און שנעלן עמורדזשענסי לאנדונג נעכטן אינדערפרי, נאכדעם וואס דער פילאט האט געליטן א סיזשער אינמיטן פליען. דער אינצידענט האט פאסירט מיט'ן פליגער וועלכע איז ארויסגעפארן פונעם קענטאקי אינטערנעשאנעל לופטפעלד אין העבראן, קענטאקי, און נאכדעם וואס דער פילאט האט געליטן א שווערן סיזשער און איז געווען פאר עטליכע מינוט באוואוסטלאז, האט ער געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין געינסוויל, פלארידע, וויסנדיג אז ס'איז א געפאר אז ער זאל ווייטער פירן דעם פליגער. עס האט זיך אלעס געענדיגט רואיג, דער פילאט איז אין א גוטן צושטאנד, און די פאסאזשירן זענען ווייטער געפארן מיט א נייעם פילאט.
הוסף רשומת תגובה