ניו יארק - א ריכטער אין די סטעיט געריכט אין מאנהעטן האט געאורטיילט אין שטיצע פון די פארבאט אויף "פלעסטיק-פאום -קאנטעינארס" וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך מעיאר דיבלאזיא, דערלאנגענדיג דערביי א קלאפ פאר די רעסטוראנטן וועלכע האבן געזוכט צו אפווארפן דעם געזעץ. און אויסטרעטנדיג דערמיט דעם וועג אז די געזעץ זאל קענען אריינגיין אין קראפט אין זעקס חדשים פון אצינד.

קורץ נאך די אורטייל פון די סטעיט געריכט אין מאנהעטן איז ארויסגעקומען, האט דער ניו יארק מעיאר ביל דעבלאזיא ארויסגעשיקט א מעסעדזש אויף זיין טוויטער פלאטפארמע זאגנדיג אז די שטאט וועט באלד אנהייבן צו אריינלייגן אין קראפט די פארבאט וואס זי האט באשטעטיגט אום 2013 אויף די פלעסטיק פאום קאנטעינארס. די ניו יארק סיטי רעסטוראנט אליאנץ האט דערקלערט די אורטייל אלס "טיף אנטוישענד" און האט געזאגט אז זיי וועלן מעגליך אפעלירן די אורטייל.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל