דעם פארגאנגענע פרייטאג ערש"ק שלח לך צופרי, האבן צולאזטע יונגען, אנגעטוהן מיט חרידי'שן לבוש (א.ג. סיקריקים), געציהלט דעם סלאנימ'ער רבי אין מאה שערים.

לויט ווי ער דערציילט די כיכר השבת צייטונג, איז דער רבי אטאקירט געווארן דורך צוויי פארשוינען וואס האבן אים אויסגעווארט פינף אזייגער פארטאגס. ווען זיי האבן געזעהן דעם רבי'ן, האבן זיי זיך גענומען שרייעל מאוס'ע לאזונגען, און אים באשולדיגט פאר'ן נישט ארויסהעלפן די מערכה קעגן די גזירת הגיוס.

איינע פון די ראדיקאלן האט פראביר צו שטופּען דעם רבי'ן, אבער דער רבי איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג און זיי איגנארירט, יאגענדיג זיך צו תפילת שחרית. א וויילע שפעטער איז אנגעקומען דעם רבי'נס אן אייניקעל וואס באגלייט אים, און ער האט זיי פארשיקט פון דארט.

סלאנימ'ער חסידים זאגן אז דאס איז נישט די ערשטע אינצידענט, זאגענדיג אז די יונגען נוצן נאר די גזירת הגיוס אלס א פאליטיק צו קענען טשעפענען דעם רבי'ן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל