אלבאני – די צוויי סטעיטס ניו יארק און ניו דזשערסי שטורעמען אין די לעצטע פאר טעג איבער גאנס און גאן זיכערהייט. ערשטנס האט מען געהערט פון א שרעקעדיגן אינצידענט אין לעיקוואוד, וואו א גוי'אישער 9 יעריגער סטודענט האט געברענגט אן אנגעלאדנטן גאן אויפ'ן באס און זיך געגרויסט אז ער גייט שיסן א צווייטן סטודענט – און די פאליציי האט יענעם ארעסטירט. אלס רעזולטאט וועלן איינגעשטעלט ווערן "מעטאל דעטעקטארס" אין אלע שולעס אין לעיקוואוד, און אויך האט זיך אלס רעזולטאט אויפגעוועקט א געזעץ פארשלאג אין ניו יארק, צו געבן ערלויבעניש פאר פאליציי צו קאנפיסקירן גאנס פון פאמיליעס וואס די קינדער צייגן ערנסטע גייסטישע געזונט פראבלעמען און א מעגליכקייט אויסצואוואקסן א ברוטאלער שיסער.
![בילד בילד](https://cdn20.patchcdn.com/users/22821257/20180605/053231/styles/T800x600/public/processed_images/bus_video-1528234323-460.jpg)
![בילד בילד](https://cdn20.patchcdn.com/users/22821257/20180605/053231/styles/T800x600/public/processed_images/bus_video-1528234323-460.jpg)
הוסף רשומת תגובה