וואשינגטאן – היימלאנד זיכערהייט באאמטע האבן נעכטן אויפגעטרעטן אין קאנגרעס, וואו זיי האבן פארלאנגט אז קאנגרעס זאל וואס שנעלער באשטעטיגן נייע אויטאריטעט פאר דער פעדעראלער רעגירונג, צו באקעמפן די אויסשפרייטונג פון פריוואטע קאמערציאלע דראונס. די רעגירונג וויל באקומען ערלויבעניש פון קאנגרעס, אז יעדעס מאל וואס א דראון ווערט אויפגעכאפט העכער א פארבאטענע זאנע אדער געביידע, זאל די רעגירונג זיך קענען באנוצן מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע צו פארלעשן דעם דראון אדער עס אראפשיסן, וויבאלד עס איז דא אן ערנסטער געפאר אז טעראריסטן וועלן נוצן די סארט דראונס פאר אטאקעס.
הוסף רשומת תגובה