וואשינגטאן – ביי א טעלעפאנישן געשפרעך עטליכע וואכן צוריק מיט'ן קאנאדישן פרעמיער מיניסטער, דזשאסטין טרודא, האט פרעזידענט טראמפ באשולדיגט אז קאנאדע האט אונטערגעצונדן און פארברענט דאס ווייסע הויז. דער געשפרעך איז געווען א היציגע, לויט באריכטן נעכטן, און טרודא האט זיך באקלאגט אויף דעם וואס טראמפ וויל ארויפשטעלן האנדלס שטייער שטראפן אויף קאנאדע. טראמפ האט געזאגט אז קאנאדע האט זיך גארנישט וואס צו באקלאגן, ווייל "האט איר חברה נישט פארברענט דאס ווייסע הויז?"
אין רעאליטעט האבן די בריטישע פארברענט דאס ווייסע הויז ביים יאר 1812 קריג, און ווען טרודא איז אנגעפרעגט געווארן, צי ער האט גענומען טראמפ'ס ווערטער אלס וויץ אדער ערנסט, האט ער בלויז געענטפערט, אז וואס ס'קומט פאר איבער האנדל, איז ווייט פון א וויץ.

הוסף רשומת תגובה