פאריז – א פרוי וועלכע האט געשריגן "אללא אכבאר", האט פארוואונדעט צוויי מענטשן מיט א קליינעם מעסערל אין א סופערמארקעט אין פאריז. די אטאקע האט פאסירט אין שטעטל לא סיען סורמעי, וואו איין פערזאן איז שווער פארוואונדעט געווארן אין ברוסט-קאסטן און געפינט זיך אין שפיטאל, און אן ארבעטער אינעם סופערמארקעט האט בלויז געליטן מילדע וואונדן, ווערנדיג באהאנדלט אויפ'ן ארט. די פאליציי האבן געזאגט אז טראץ וואס די פרוי האט געשריגן "אללא אכבאר", זעט אויס ווי זי איז פשוט גייסטיש אומגעזונט, נאכ'ן איר נעמען אונטער ארעסט און אויספארשן.
הוסף רשומת תגובה