דמשק – א באריכט אין דער "אסאשיעטעד פּרעס" טוט דעטאליזירן די אנטוויקלונגען ארום אידישע אנטיקן אין סיריע, און ברענגט ארויס אז פילע פון די היסטארישע אנטיקן און תשמישי קדושה זענען פארשוואונדן געווארן אלס רעזולטאט פון דער אנגייענדיגער בירגער קריג. צווישן אנדערן דערציילט דער באריכט, איבער א הויפן תשמישי קדושה, אריינגערעכנט עטליכע היסטארישע ספרי תורה, פונעם "דזשובאר" שוהל אין גועטא, סיריע, וואס איז איבערגעגעבן געווארן פאר א באוואפנטע מיליצע עס אפצוהיטן, אבער עס איז פארשוואונדן געווארן, און טייל פון די תשמישי קדושה זענען שפעטער אפגעפונען געווארן אויפ'ן אנטיקן מארקעט אין אויסלאנד.

דער אסאד רעזשים באשולדיגט מדינת ישראל אין די גניבות.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל