סאודי אראביע – די אויל-פראדוצירנדע לענדער, מערסטנס אראבישע לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע, האבן שבת געזאגט אז זיי וועלן הייבן פראדוקציע פון אויל, מיט'ן ציל צו פארזיכערן אז עס שאפט זיך נישט קיין מאנגל פון גאזאלין און אנדערע ברענשטאף, און אז פרייזן זאלן עווענטועל אנהייבן פאלן. אמעריקע, כינע און אינדיע האבן געלייגט גרויס דרוק אז די אפעק לענדער זאלן הייבן אויל פראדוקציע, אבער ביי דער ענדע האבן די לענדער נישט געזאגט ספעציפיש מיט וויפיל זיי וועלן פראדוצירן מער ווי ביז יעצט. דאס האט בארואיגט אויל אינוועסטירער, וועלכע האבן זיך געזארגט אז די לענדער וועלן גאר שטארק פארמערן זייער פראדוקציע און ס'וועט טראסקען די ווערד פון אויל.
הוסף רשומת תגובה